232

והנה המדע מתחיל לגלות את זה בחומר כפשוטו, שזהו מנקודות החקירה בשטח המדע הגרעיני, ומשלב לשלב וממדרגה למדרגה מתעמקת החקירה גם בנוגע לבני אדם ועניניהם, אשר בסגנון חכמינו ז"ל כל אחד עולם מלא הוא, ובפרט שישליט הפנימיות על החיצוניות, הצורה על החומר, והרוחניות האמתית על הלבושים והקליפות המכסים עלי', עד שכל פרט שבבריאה, ועל אחת כמה וכמה כללות הבריאה, יכריזו אנכי ה' אלקיך, ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו.

בכבוד ובברכת מועדים לשמחה

ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

(ממכתב ר"ח סיון, תשכ"ד)

דער יערלעכער לאָנטשאָן (י"א סיון הבע"ל) קומט היייאָר פאָר אין די טעג וועלכע זיינען נאָך צוגעבונדן צום יוםטוב שבועות, און זיכער וועלן אַלע אַנטיילנעמערינס שטיין אונטער דעם פרישן איינדרוק פון זמן מתן תורתנו.

אידישע פרויען האָבן ספּעציעל פיל צו שעפּן פון דער השפּעה פון דעם יוםטוב פון קבלת התורה. וואָרום, ווי באַקאַנט, זיינען דאָך די פרויען געווען די ערשטע, צו וועמען דער אויבערשטער האָט אָנגעבאָטן די תורה הקדושה, און זיי האָבן די תורה באַלד אָנגענומען, ווי אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, דערקלערן די ווערטער: כה תאמר לבית יעקב — "אלו הנשים" — ותגיד לבני ישראל — "אלו האנשים". און דאָס אונטערשטרייכט דעם גרויסן זכות פון אידישע פרויען — און צוזאַמען דערמיט אויך זייער גרויסע אחריות — פאַר תורה און מצוות.

און כאָטש יעדן יאָר ווערן איבערגע'חזרט אַלע ענינים פון יוםטוב, איז אָבער דאָס גופא אַן אָנדייטונג, אַז די צוגעבונדנקייט צו תורה און מצוות דאַרף באַנייט און אָפּגעפרישט ווערן אין אַ שטאַרקערע מאָס פון יאָר צו יאָר, ספּעציעל נעמענדיק אין אַכט, אַז אויך די מענטשלעכע כוחות שטייגען פון יאָר צו יאָר.

עס איז דעריבער גאַנץ פאַרשטענדלעך, אַז אייער וויכטיקע אַרבעט צו שטיצן די הייליקע מוסדות התורה פון ליובאַוויטש דאַרף פאַרשטאַרקט און אויסגעברייטערט ווערן פון יאָר צו יאָר, בפרט אַז אויך די מוסדות התורה האַלטן אין איין שטייגען און נויטיגען זיך אין אַ פאַרגרעסערטע הילף אַלץ מער און מער.

דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז די יערלעכע אונטערנעמונג זאָל זיין מיט גרויס הצלחה און זאָל אַריינברענגען אַ פאַרשטאַרקטע אויפלעבונג אין אייער אַרבעט, אין כמות און אין איכות, און בזכות זה זאָלט איר אַלע, מיט אייערע בניבית

מצוטט ב־2 עמודים

  1. אגרות קודש ח'תשפח לקו"ש חל"ג ע' 232
  2. אגרות קודש ט'שכו לקו"ש חל"ג ע' 232

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.