218

ב"ה, ערב ראשחודש סיון, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

צו די באַטייליגטע אין דעם יערלעכן

לאָנטשאָן פון נ.י. קאָמיטע פאַר דעם

סעמינאַר למורות ובתי ספר לנערות

אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

דער יערלעכער לאָנטשאָן, וואָס קומט היייאָר פאָר ביום ג' סיון הבע"ל, געציילטע טעג פאַר דעם יוםטוב פון מתןתורה, און אין אַ יאָר פון הקהל, וועט זיכער שטיין אונטער דעם איינדרוק פון ביידע ענינים: די הכנות צו קבלתהתורה און די באַדייטונג פון הקהל.

סיי באַ קבלתהתורה (אַלע יאָר) און סיי באַ הקהל (איינמאָל אין זיבן יאָר) געפינען מיר אין תורה צוויי געמיינזאַמע הויפּטשטריכן:

ערשטנס, איז אין ביידע פאַלן געקומען צום אויסדרוק דער צוזאַמענבונד און פאַראיינציקונג פון אידישן פאָלק. באַ מתןתורה — ויחן שם ישראל (לשון יחיד) — דאָס אידיש פאָלק איז געווען פאַרזאַמלט ביים באַרג סיני, ווי רש"י באַמערקט אין נאָמען פון מכילתא — כאיש אחד בלב אחד — ווי איין מענטש מיט איין האַרץ. אַלע אידן, מענער פרויען און קינדער, זיינען געווען פאַראיינציקט מיט איין און דעם זעלבן געדאַנק צו מקבל זיין די תורה ומצוות. און באַ הקהל זאָגט די תורה — הקהל את העם, האנשים והנשים והטף — פאַרזאַמל דאָס פאָלק, מענער פרויען און קינדער, אויך מיט דעם צוועק למען ישמעו ולמען ילמדו. . ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת — צו הערן און צו לערנען. . און היטן און טאָן אַלע מצוות פון דער תורה.

צווייטנס, ווערט אין ביידע פאַלן אונטערשטראָכן דער צענטראַלער אָרט פון דער אידישער פרוי: באַ מתןתורה — כה תאמר לבית יעקב — אלו הנשים, און באַ הקהל — האנשים והנשים והטף.

דער צוזאַמענבונד און פאַראיינציקונג פון אידן צווישן זיך, און פון אידן מיט דעם אויבערשטן, איז מעגלעך נאָר מצד דעם וואָס אידן, אַלע אידן אָן אויסנאַם, האָבן אַ גטלעכע נשמה, חלק אלוקה ממעל ממש, און וואָס די תורה ומצוות — אלקות ממש — פאַראיינציקן אידן מיט דעם אויבערשטן.

און אין אָט דעם צוזאַמענבונד און פאַראיינציקונג פאַרנעמען די אידישע פרויען אַ צענטראַלן אָרט.

דעריבער דאַרף די היייאָרדיגע אונטערנעמונג — עטלעכע טעג פאַר קבלת התורה און אין דעם יאָר פון הקהל — ספּעציעל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם אינהאַלט פון ביידע ענינים, בפרט אַז די אַרבעט פון דער קאָמיטע איז דאָך צו

מצוטט ב־1 עמודים

  1. אגרות קודש ט'שכה לקו"ש חל"ג ע' 218

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.