289
יט כסלו
מיט פאַרגעניגען האָב איך באַקומען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט אַ דערפרייענדע בשורה, אַז אנ"ש זיינען זיך צוזאַמענגעקומען מוצש"ק פ' וישלח און האָבען געפייערט דעם חג הגאולה י"ט כסלו, מען האָט געזונגען דעם ניגון פון כ"ק אדמו"ר הזקן און מען האָט אויך געלייענט די ערצעהלונג וועגען דעם מאסר והחופש וכו'. און השי"ת זאל העלפען לויט דעם מאמר רז"ל אַז שמחה איז פורץ גדר, אַז די שמחה זאָל אַראָפנעמען אין דעם אָרט וואו איר זייט יעצט, די גדרים והעלמות, אַז אויך די מענשן וועלכע עס דאַכט זיך זיי אַז זיי זיינען מתנגדים, זאָלען צוקומען צו דעם אמת'ן אמת, אַז יעדער איד איז אַ חסיד, און ווי מיין שווער כ"ק אדמו"ר פלעגט זאָגן, אַז אידען ווערען אָנגערופן מעין גנים באר מים חיים, און אויך ארץ חפץ, און דאָס זעהט מען בחוש, אַז אין יעדער אָרט וואו מען זאָל ניט גראָבען איז סוף סוף דערגראָבט מען זיך צו דעם מעין ובאר מים חיים, דער חילוק איז נאָר, אַז אין איין אָרט איז גענוג צו אַראָפנעמען נאָר אַ דינע שיכט (שכבה) פון זאַמד און בלאָטע, אָדער שטיינער, און אין אַ צווייטען אָרט איז די שיכט אַ גרעבערע און אַ דיקערע. אָבער צד השוה אין דעם איז, אַז יעדער אָרט האָט דאָס. און די זעלבע זאַך איז מיט דער נקודת היהדות, וואָס דאָס איז אהבת ישראל אהבת התורה ואהבת השם, וועלכעס איז כולא חד, אַז יעדער איד האָט דאָס, דער חילוק איז נאָר ווי געזאָגט אויבען, אַז באַ איינעם איז דאָס אויבען אויף, און באַ אַ צווייטען דאַרפמען האָבען מער יגיעה צו אויפדעקען דאָס באַ עם.
איר שרייבט אין אייער בריף, אַז דער רב פון שול, האָט באַ אייך געפרעגט, פאַרוואָס מען האָט ניט געזאָגט תחנון י"ט כסלו, וויילע א) אין שו"ע פון רבינו הזקן, שטייט ניט אַז מען זאָל דאַן ניט זאָגען קיין תחנון. ב) און פאַרוואָס זאָל מען ניט לאָזען זאָגן תחנון, די וועלכע ווילען יע זאָגען תחנון.
איז אויף דער ערשטער פראַגע, שרייבט איר אַליין אַ ענטפער אין אייער בריף, וויילע דעם שו"ע האָט רבינו הזקן געשריבען פאַר דער ?אַסירונג פון י"ט כסלו נאָך במעזריטש (זע הקדמת בנו לשו"ע). און אויף דער צווייטער פראַגע, פאַרוואָס זאָל מען ניט לאָזען זאָגען תחנון די אידן וועלכע ווילען יע זאָגען, איז פראַן צוויי טעמים אין דעם. א) די וועלכע זאָגען ניט קיין תחנון י"ט כסלו, באַווייזען דערמיט אַז זיי זיינען מסכים צו דעם אַז רבינו הזקן איז גאָר ניט שולדיג געווען, און אַז תורת החסידות — צי ער לערענט אַליין חסידות אָדער אַפילו ניט — איז תורת ה', במילא אַז אַ איד איז געווען אַרעסטירט פאַר דעם פאַרשפרייטען די תורה, איז זיין באַפרייאונג אַ תורה שמחה, אָבער די מנגדים און [וואָס] ווילען דוקא זאָגען תחנון אין דעם טאָג י"ט כסלו, איז וואָס פאַר אַ טעם זיי זאָלען ניט טראַכטען אין דעם,
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.