280

... איידער איך ענדיג — א באמערקונג צו אייער ווערק*:

זייטע 51: אויסגייענדיג פון דער מיינונג אז מציצה איז נאר א געזונטס מאסנאמע און האט גאר קיין שייכות ניט צו דער רעליגיעזער זייט פון מילה, שלאגט איר פאר, אין א בוך געדרוקט אויך פאר ניטאידען, אז די מלוכות זאלען זיך אריינמישען און זאלען עס פארבאטען!

דריי איינווענדונגען:

(א) זייטע 54 — וואו עס רעדט זיך וועגן "מילה" בא מוסולמענער וואס איז מער מסוכן לויט אייער באשרייבונג אליין, פונדעסטוועגען היט איר זיך אויס און מיט רעכט, און שרייבט אז "מען דארף האפען, אז מיט דער צייט וועלען די פאראינטערעסירטע פעלקער פארשטיין צו באנוצען מאדערנע מיטלען".

איז צי דערפאר וואס אידען זיינען אין גלות בא גויים, און פאר אראבער האט פראנקרייך מורא דארף זיין אזא אונטערשייד?

(ב) פון מלוכות אריינמישן זיך מיט פארבאטן און געוואלט אין אידישען לעבען איז קיין מאל קיין גוטס ניט ארויס פאר אידען ניט פאר זייער נשמה ניט פאר זייער גוף, ווי עס ווייזען מערערע ביישפילען פון דער אידישער היסטאריע, וואס איר ווייס זיכער פון זיי.

(ג) ארום 200 רבנים צווישען זיי אויך דאקטוירים, נאכדעם ווי זיי האבען באטראכט די פארשידענע טעמים וואס איר בריינגט אין אייער ווערק, זיינען ארויס מיט דער גאנצער שטארקייט פאר דער אונבאדינגטער נויטווענדיקייט פון מציצה. — זע דעם מאטעריאל אין שדי חמד חלק 12, קונטרס המילה והמציצה (ווארשא

1902)**...

(ממכתב ו' אלול, תש"ט)

... ת"ח על הערתו בשו"ת צ"צ חיו"ד סר"א דמילת משוך הוא רק מדרבנן — שהוא גם כשהעור דבוק שהוא שלא כמש"כ בהמאירי ליבמות ע. ולהעיר עוד בהנ"ל שבמשנה ראשונה גם הצ"צ מספקא לי' בזה כנראה משו"ת שלו (שער המילואים סל"ז ובשער המילואים לשו"ת שארית יודא סי"ג — הוצאת קה"ת). וראה ג"כ שו"ת שאר"י שם ובחי' הצ"צ לשבת פי"ט מ"ב ובאות חיים ושלום לבעהמח"ס מנח"א סו"ס רס"ד.

(ממכתב י"ט תמוז, תשי"ח)

הערות

  1. *. בעניני מילה בלשון צרפת. המו"ל.
  2. **. בהוצאת קה"ת — כרך ו' א'שמג, א ואילך. המו"ל.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.