ט'שסה

ט'שסה

ב"ה, מוצש"ק ח"י אלול, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

פרויען קאמיטעט פאר חתנים און כלות

אין מאנטרעאל, קאנאדא, ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

האפענטליך זיינען אייערע טעטיקייטן במשך פון דעם פארגאנגענעם זמן אנגעגיינג[ע]ן לויט דער גרויסער חשיבות זייערע, און השם יתברך זאל מצליח זיין עס זאל זיין אין א שטייגענדער מאס ווי דער אנזאג מעלין בקודש, און די החלטות צו פארשטארקן און אויסברייטערן אייער פראגראם אין דער צוקונפט וועט זיכער אויך פארגרעסערן די הצלחה.

בפרט אז מיר געפינען זיך יעצט אין די טעג פון אלול, וועלכע זיינען ספעציעלע סגולה-טעג אלס צוגרייטונג צום נייעם יאר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, וואס די גינסטיקייט פון די דאזיגע טעג איז דערקלערט געווארן דורך דעם אלטן רבי'ן מיט דעם משל פון "מלך בשדה" - ווען א קעניג גייט ארויס אין פעלד און יעדער איינער וואס וויל קען ארויסגיין באגעג[ע]נען דעם קעניג, און דער קעניג נעמט יעדן איינעם אויף מיט א ספע[צ]יעלע פריינטלעכקייט און צופרידנקייט.

דער זכות פון דער ארבעט וועט זיכער ביישטיין אלע אנטיילנעמער און ברענגען יעדער איינער פון אייך א צוגאב פון ג-טלעכע ברכות אין אלעס אין וואס מ'נויטיג זיך.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

ט'שסה

מעלין בקודש : ברכות כח, א. וש"נ.

דערקלערט געווארן דורך דעם אלטן רבי'ן : לקו"ת ראה לב, ב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.