ט'רצו
ט'רצו
ב"ה, תענית אסתר, ה'תשכ"ז
ברוקלין, נ.י.
צוום יערלעכען באנקעט פון דער ליידיס אקזילערי פון בראנזוויל און איסט-ניו-יארק פאר די ליובאוויטשער ישיבות תומכי תמימים, און אלע אנטיילנעמער,
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
איך האב שוין באמערקט בא פארשידענע געלעגנהייטן, אז היי-יאר איז א סגולה-יאר פאר טעטיקייטן וועלכע זיינען פארבונדן מיט חינוך-על-טהרת-הקודש, אזוי ווי עס איז א יאר פון הקהל . אין דער צייט פון בית-המקדש האט מען אין דעם יאר נאך שמיטה פארזאמלט דעם גאנצן פאלק, מענער, פרויען און קינדער ( האנשים והנשים והטף ), צו דערמוטיגען און שטארקן זיי אין עניני יראת שמים, תורה ומצוות.
די מצוה פון הקהל צייכנט זיך אויס דערמיט וואס זי פארפליכטעט אלע אידן - מענער, פרויען און קינדער, אויך גאר קליינע קינדער.
אזוי ווי דער באנקעט קומט פאר דעם חודש, וואס די נקודה פון דעם חודש איז פורים , איז כדאי צו באמערקן, אז עס איז פאראן אן ענלעכקייט צווישן דער מצוה פון הקהל און דעם ענין פון פורים , אין דעם וואס אויך די געשעענישן פון פורים האבן אנגערירט אלע אידן גלייך - מענער, פרויען און קינדער ( כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים ביום אחד ). און דעריבער, אז מ'האט געדארפט מבטל זיין די גזירה פון המן הרשע, האט אסתר געפאדערט - לך כנוס את כל היהודים , צו פארזאמלען אלע אידן צו פאסטן און תשובה טאן. און די חכמים זכרונם לברכה דערציילן, אז ווען איז די גזירה בטל געווארן? - ווען די קליינע קינדער, תינוקות של בית רבן, וועמען מרדכי הצדיק האט פארזאמלט און געלערנט מיט זיי תורה, זיינען געווען גרייט צו גיין אויף מסירת-נפש צוזאמען מיט מרדכי הצדיק.
די מצוה פון הקהל און דער ענין פון פורים דערמאנען אונז, אז דער איינציגער וועג צו באווארענען, אז עס זאל לכתחילה ניט אויפשטיין א המן, און מ'זאל ניט דארפן אנקומען צו די נסים, איז דורכדעם וואס מ'וועט פארזיכערן, אז אלע אידישע קינדער, פון דער פריסטער יוגנט אן, זאלן באקומען א תורה-טרייען חינוך, אין מוסדות תורה על טהרת הקודש.
איך האף, אז די דאזיגע דאפלטע דערמאנונג וועט ארויסרופן א דאפלטע באגייסטערונג בא די חשובע אנפירערינס און חברות פון דער ליידיס אקזילערי און אלע אנטיילנעמער אין דעם באנקעט, צו פארשטארקן און אויסברייטערן אייער העכסט-וויכטיגע ארבעט. השם יתברך זאל אייך אין דעם באגליקן, און דער זכות פון הפצת התורה והמצוות זאל ביישטיין אייך און אייערע בני-בית שיחיו, אז אלע ענינים, בגשמיות וברוחניות, זאלן זיין אין אן אופן פון מרבין בשמחה .
בברכה להצלחה ולבשורות טובות ולפורים שמח
מ. שניאורסאהן
ט'רצו
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 382, והושלמה עפ"י צילום האגרת.
חינוך .. הקהל : ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.
האנשים והנשים והטף : וילך לא, יב.
פורים .. הקהל : ראה גם לעיל אגרת ט'רצד.
כל היהודים .. ביום אחד : אסתר ג, יג.
לך כנוס את כל היהודים : שם ד, טז.
די חכמים זכרונם לברכה דערציילן : ראה אסת"ר פ"ט, ד. פ"י, ד. ועוד.
מרבין בשמחה : תענית כט, סע"א. מג"א או"ח סו"ס תרפו.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.