ד'קפג
ד'קפג
ב"ה, כ"ו אדר, תשט"ז
ברוקלין.
הרה"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה אהרן שי' הכהן
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך אייער ברודער הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה כו' מו"ה יעקב שי' כ"ץ.
און צום אנקומענצען יום טוב פסח, ווינש איך אייך מיט אייער פאמיליע שיחיו א כשר'ן און פרייליכען פסח.
בייגעלייגט איז דא א שיחה אין וועלכער עס ווערט גערעט וועגען פארטיילען מצה שמורה אין דער סביבה, און אזוי ווי איך ווייס ניט אויב עס איז דא מצה שמורה בא אייך אין דער סביבה, שיקט מען אייך אין א באזונדער פאקעט אייניגע מצות שמורה, און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין אין דער פארטיילונג פון די מצה שמורה און צוזאמען גלייכצייטיג מיט דעם איינטיילען אמונה און שטארקונג אין אידישקייט, און ווי באוואוסט איז אז מצה איז דאס דער מאכל וועלכער בריינגט רפואה צו אידען און דער מאכל וועלכער בריינגט שטארקונג אין אמונה.
בברכת החג.
ד'קפג
מו"ה אהרן : כץ. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ט ב'תרסז, ובהנסמן בהערות שם.
א שיחה : ראה גם לעיל חי"א ג'שפו, ובהנסמן בהערות שם.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.