ד'מא
ד'מא
ב"ה, י"ח טבת, תשט"ז
ברוקלין.
ברכה ושלום!
באשטעטיג די ערהאלטונג פון איער בריף מיט דאס בייגעלייגטע, און בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צום געזונט בעסערונג, און מן הסתם הערט איר קידוש און הבדלה, און פארזוכט אויך דעם וויין פון קידוש, און לויטן מנהג ישראל, איינטונקען די פינגער אין דעם וויין וואס עס בלייבט פון הבדלה און אנרירען די אויגען, זעלבסטפארשטענדליך פון דרויסען, וואס ווי עס ווערט געבראכט אין ספרים, איז דאס א סגולה צו דעם מאור עיניו של אדם (צום אויגען שיין פון מענשן), און השם יתברך זאל זיין מצליח זיין.
בברכה,
20בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר30
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.